Gedank 81: He Doesn’t Want to Smell

boringclass

Gedank 81: He Doesn’t Want to Smell – can you blame him?

Sad but True about today’s way of Learning and Teaching. There are SO many ways, tools and technique to have a 100 times more results and effectiveness.. why are we not using them?

To listen to it on the phone, you can call the SnapAhead Phone Line 718-831-7627 x3-81#.

Or you can listen to it right here below. You may also download the mp3 file to listen on your favorite mp3 player.

Help your friends, and share it with them.

For the Kinteres – תנו כבוד לתורה
To Download the file, right click and “Save As…”

For the Gedank Audio
To Download the file, right click and “Save As…”

For the Master Torah site
MasterTorah.com
For the Tests

Related articles

Comments (7)

J.F.

January 4th, 2012 at 1:55 pm    


Wow! I never thought this topic can be said in such a constructive manner, as much as I was against the idea of talking about this topic, I must admit, its supper, well said, and without bashing anyone, great great great.

Got in Text

January 6th, 2012 at 9:35 am    


Holy tzadik! U r lighting d whole world & me! wiht # 81 ! D bist a gliklecher & heiliger tzadik oshreychoo !!!!!!! Thank you very much im a melamd u so right

Lou Landau

January 8th, 2012 at 2:48 pm    


Got in email:

יישר כח פאר אייער געדאנקען איך האב זייער הנאה צו הערן ווי איר רעדט פון וויכטיגע זאכן מיט א קלארקייט איך בין זייער נתפעל געווארן פון שיעור 81 ווי איר ברענגט ארויס אייער מיינוג מיט א שטארקייט,

Y.L.

January 11th, 2012 at 10:43 am    


לכבוד ר’ אלעזר
הערנדיג דיין געדאנק אויף 81 וויל איך צולייגן מיין געדאנק

דאס וואס דו הייבסט אן אז מען דארף מסביר זיין טייטש וואס מען רעדט, און טייטשן די ריכטיגע טייטש – לדעתי ביזטו גערעכט און נישט גערעכט און איך וועל מסביר זיין פארוואס
א קליין קינד וואס לערנט זיך רעדן, קומט דאס דורך דעם וואס ער פיגערט אויס וואס די ווערטער מיינען, אנדערש איז נישט מעגליך אויסצולערנען רעדן, ווען מען לערנט ענגליש אין סקול מיט די חדר אינגלעך א גרויס חלק פון לערנען קומט דורך דעם וואס די קינדער פארשטייען אליין וואס די ווארט דארף צו מיינען און נישט ווייל מען איז מסביר יעדע ווארט וואס ס’מיינט.
ווען מען וועט אלע לשון קודש ווערטער וואס מען נוצט דארפן איבערטייטשן אויף אידיש, וועט אויסוואקסן א דור פון עמי הארצים, בדרך כלל וועט יעדע קינד אויספיגערן וואס עס מיינט “מטריח” זיין, און אזוי אויך אנדערע ווערטער סיי אידישע און סיי לשון קודש (וויפל ענגלישע ווערטער לערן איך מיך אויס ווען איך הער דיך?….)
נאר וואס דען. דער מלמד דארף צו וויסן, אז עס איז מעגליך אז נישט יעדער האט געכאפט וואס די ווארט מיינט, און אדער זאל ער דאס שפעטער מסביר זיין, סיי צו געבן א געלעגנהייט פאר די רוב פון דעם חדר, אליין אויסצופיגערן וואס די ווארט מיינט און שארפן זייער מח, און סיי אז סוף וואך וועט ער איבערפרעגן, וואס מיינט מטריח זיין? ער וועט באמערקן אז איינער צוויי ווייסט נישט, און ער וועט דאס מסביר זיין.
אגב די משכילים ימ”ש זענען געווען די וואס האבן געהאט טענות אויף די חדרים וואס טייטשן בהמה א בהמה און נישט בהמה פי, אזוי אויך וואס מען טייטש קרבן א קרבן,
עס איז נישט שייך צו מאכן א כלל, אבער מען דארף האבן א מיטל וועג, נישט משנה זיין וויאזוי מען האט געלערנט, ווייל דאס האט א מורא’דיגע תועלת, און גלייכצייטיג וויסן אז מעגליך האט דאס נישט יעדער געכאפט און סוף וואך דאס ריכטיג אפטייטשן.

בנוגע דער מלמד וואס האט איבערגעמאכט דעם בארדיטשווער’ס ניגון, איך דאנק דעם אויבערשטן אז איך האב נישט געלערנט ביי אים, א געפיל צום הייליגן בארדיטשעווער און צו זיינע ניגונים האט ער זיכער נישט, אויב ער האט א פראבלעם מיט די שווערע ווערטער זאל ער דאס מוחל זיין עקסטער מסביר זיין פאר די קינדער, איך מיין עס וואלט געווען מער תועלת ווי פארדרייען זיין ניגון, וואס נעמט אוועק דעם גאנצן טעם (און האט אזא פנים ווי די וואס האבן איבערגעזעצט ג-ט פון אברהם אויף לשון הקודש…).

די מעשה פון שמירת הזמן איז זיכער א גוטע בדחנות מסתמא פון יארמער רב [וויאזוי זאגט נאר זעמל אויפן טעיפ די לעצטע געדאנק "מיין קינד די מצה דארף זיין שמורה מצה מען דארף דאס אנשמירן מיט פינאט באטער...] אויב עס האט יא פאסירט אזא מעשה איז אין מביאין ראי’ מן השוטים, און דער בחור באלאנגט אינגאנצן נישט אין א ישיבה.

בנוגע דאס וואס דו האסט געזאגט וועגן מאכן משלים לעבעדיג פאר די קינדער פון די גמרא. אה! תבא עליו ברכה אויף דעם מלמד, וואלט איך געווען א מלמד וואלט איך געטון די זעלבע זאך און מיט א שמיץ אריבער. מיין מלמד אין כתה ד’ האט בייים לערנען די דגלים פון די שבטים אין מדבר, אויסגעשטעלט די גאנצע כתה אויף אלע פיר זייטן, און געמאכט שבטים מיט דגלים, און אינמיטן די לוים מיט די כהנים, דאס האט געהאט אלע טעמים! [אגב ער איז געווען זייער קריעטיוו, און ער האט אין חדר מיט די אייגענע הענט אויסגעשניטן א מנורה און געפארבט גאלד, מיט א משכן און א חצר, אה! אלע טעמים עס צוגייט אין די ביינער!.]

בנוגע די ישיבות, און דעם דרך הלימוד, דא איז דא צוויי נקודות.
איינס בנוגע לערנען בעיון אדער מער פשוט. צוויי, די אלטע דרך הלימוד, און די ליטווישע דרך הלימוד.
דאס מיינט אזוי, עס איז דא א וועג וויאזוי מען לערנט שטאט און בעיון נמרץ, און א האלבע עמוד גמרא א וואך, און דאך נישט לערנען די ליטווישע דרך הלימוד, נאר וואס דען, דער געדאנק פון לערנען ווייניג און קוועטשן האבן די חסידישע געירש’נט פון די ליטווישע, כאטש מען לערנט נישט דוקא אויפ’ן ליטווישן דרך הלימוד.
יעצט לערנען בעיון און ווייניג, דאס איז א גוטע זאך פאר א חלק בחורים, נישט שוה לכל נפש, און די שאלה הייבט זיך אן מי נדחה מפני מי? אבער לויט וויאזוי דער רבי זי”ע האט איינגעפירט איז דאס געווען שוה לכל נפש, ווייל מען האט געלרענט צווי בלאט גמרא תוס’ נישט געקוועטשט, און סוגיא און די זייט האט מען געדעקט ביידע, אבער לויט וויאזוי מען לערנט יעצט איז טאקע גרויסע צרות מיט א גרויס חלק בחורים וואס האלטן נישט מיט און לכבוד דעם פאלן זיי ארויס פון דעם סיסטעם.
צו מיר האט זיך א דורכשניטליכער בחור אפגערעדט לעצטע וואך וועגן דעם ענין גאר שטארק.
מאכן א ישיבה וואס מען וועט לערנען וויניגער בעיון איז א גוטע זאך, אבער מען דארף אכטונג געבן נישט גיין צו שטארק עד קצה האחרון, א בחור דארף האבן א שטיקל דרוק צו נוצן זיין קאפ און אפילו זיך אנשטרענגען, ממילא פון א ישיבה וואס מען לערנט נאר פשוט איז נישט די בעסטע זאך פאר רוב דורכשניטליכע בחורים.

אסאך הצלחה

Shia

January 12th, 2012 at 10:34 am    


א גוטן ר’ אלעזר,

איך שרייב צו דיר פון ארץ ישראל.

איך זייער הנאה פון דיינע דרשות און געדאנקען וכו’ וכו’. די לעצטע פאר חדשים האב איך דאונלאודעד די דרשות אין מיין “מפ3 פלייער” און איך הער עס אויס זיצענדיג אויפן באס צום ארבייט אדער אפילו ווען איך קויף איין אין סופערמארקעט.

נעכטען האב איך געהערט די דרשה וועגען די שיטות ווי אזוי צו לערנען מיט קינדער און בחורים (איינע פון די לעצטע נייע דרשות). איך בין היינט א יונגערמאן נישט קיין סאך יונגער פון דיר, און איך וויל דיר זאגען אז איך ווייס נישט ווי אזוי צו לערנען א בלאט גמרא! איז דען א וואונדער אז מ’האט נישט קיין חשק צו לערנען? אז מ’ווייסט נישט ווי אזוי צו לערנען, ווי אזוי קען מען האבען חשק צו לערנען?

דו האסט דערציילט פון דער מלמד וואס ער האט געברענגט א גרויסע האלץ מיט א באקס אויף צו ממחיש זעהן די גמרא פון זה בא בחביתו וכו’. איך האב זיך דערמאנט אז פאר יאהר צוריק האט מיין חבר צוזאם געשטעלט א קבוצה פון יונגעלייט (רוב זענען אפילו מלמדים פון גמרא!!!) וואס טענה’ן אז זיי ווייסען נישט ווי צו אפלערנען א שטיקל גמרא. ער האט געוואלט אז מיר זאלען לערנען א קורס ווי אזוי צו לערנען גמרא ביי א גרויסע מומחה דא אין ארץ ישראל. מ’האט אנגעהויבן א פאר שיעורים, אבער צום סוף מכמה וכמה סיבות האט מען נישט ממשיך געווען. ממש א שאד! איך האב נישט קיין ספק אז ס’איז אזוי ווי דו זאגסט, אז ס’איז דא הונדערטער טויזענטער בחורים און יונגעלייט וואס ווייסען נישט די פשוטע בייסיקס ווי אזוי צו לערנען!

דערווייל וויל איך דיר דא מיט טיילן מיט א מעשה וואס איך האב געהאט לעצטע וואך:
לעצטע וואך דינסטאג ביינאכט בין איך אריין אין א PHOTO STORE דא אין ארץ ישראל (דרך אגב, ביידע שותפים זענען אמעריקאנער געבוירענע וואס וואוינען היינט דא). דארט איז דא נאר 2
און איך האב באשטעלט צו פרינטען א פאר פיקטשערס. איך פרעג איהם צו מארגן אינדערפרי ביים עפענען וועט עס זיין גרייט. זאגט ער מיר א וודאי. וויפיל אזייגער עפענט איהר דעם געשעפט? 10 אזייגער אבער דו ווייסט איך פארשפעטיג בדרך כלל מיט א פאר מינוט…… (איך וואלט איהם געזאגט, זאג אז דו עפענסט 10:30 און געענדיגט.)
דו נעקסטע אינדערפרי ווען איך בין געקומען, זע איך אויפן קאונטער א אפענע גרויסע פאטעיטא טשיפס און ער נאשט כסדר פון דעם. ריבונו של עולם! מיט די ביידע עפיזאדען ווייזט דו דאך אז דו ביזט נישט ערענסט מיט דיין ביזנעס!

דרך אגב, איך הער אסאך ביי די שיעורים רמזים אויף “ריביאור”. קודם כל, וואס מיינט די ווארט (אויב איך ספעל עס גוט)? און אפשר איז דא א שיעור וואס איז מסביר וואס דאס איז וכו’ וכו’?

חזק ואמץ! זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט!

Lou Landau

January 12th, 2012 at 10:51 am    


thanks you for your kind words,
be well, and start learning ;-)

about ריביאור listen to my goals seminar it’s explained well there
718-831-7627 x7, or Listen the Reb Avremel Galinsky shoerim,
I learned the concept from him, I’m jst not sure which shier it is, sorry
I have his shierim online on http://www.SnapAhead.com and on 718-831-7627 x4-3

Good luck,
-Luzer

K.M.

January 16th, 2012 at 5:42 pm    


לכבוד ידידי היקר ר’ אלעזר ני”ו

איך בין דיר מעתיק דא טייערע ווערטער פון הייליגן קאשויער רב ר’ שאול בראך זי”ע, וואס ער שרייבט אז כאטשיג לערנען בעיון איז א “תענוג רוחני” און לערנען בקיאות איז “שווער” דארף א מענטש זיך איינהאלטן און מוותר זיין אויף זיין תשוקה צו לערנען בעיון, און לערנען רוב טאג בקיאות, ווייל אויב נישט וועסטו גארנישט קענען.

דאס זענען זיינע ווערטער אין זיין ספר בהיות הבקר (פ’ שמות אויף דעם פסוק וירא מנוחה כי טוב, זעה אויך וויאזוי ער טייטשט דאס שיין אריין אין פסוק):

“ואמרו חכז”ל סוף הוריות שלחו להו סיני עדיף מעוקר הרים הרי דלימוד לבקיאות עדיף מלימוד חריפות ולפ”ז “רוב הזמן צריכין ללמוד לבקיאות” והטעם פשוט שצריך לידע מה יעשה בישראל, תוה”ק היא אין סוף והנעימות משכל התורה אין לצייר, ואם לומד דך אחד גמרא כמה שנים מוצא בכל יום פנים חדשות ופנינים לכך לימוד זה מושך מאד הלומד שרואה גבורת התורה וארוכה מארץ מדה וזה מחזיק מאד האמונה שמרגיש בחוש כאלו עומר בהר סיני, ובכ”ז “מוכרחין לעצור בעצמן” ולבלות רוב הזמן בלימוד לבקיאות שסוף כל סוף לא ידע רק דף אחד, ע”כ שהגם שלימוד לחזור כמה פעמים בלי עיון, יקשה על האדם וללמוד בעיון היא תענוג מעין עולם הבא, וכתב הרמב”ם אין שמחה כהתרת הספיקות “מוכרח כל לומד לותר על תענוג זה” ולשום עצמו כשור לעול וכחמור למשא ללמוד לבקיאות והמליצו על זה שהוא כחמור נושא הספרים שאינו מחדש רק לומד הכתוב בספרים ע”כ.

איז דאך א קל וחומר, מה דאך איינער וואס איז פאר אים תענוג רוחני צו לערנען בעיון, איז מחויב זיך צו ברעכן זיין רצון און חשק און לערנען “רוב טאג” בקיאות, וואס זאל מען שוין זאגן פאר א בחור, וואס לערנען בעיון איז פאר אים נישט מעגליך, און לערנען בקיאות איז פאר אים א “גן עדן”?

Leave a reply

Name *

Mail *

Website