Gedank 75: Bugaboo – RCCS Auctions – Matisyahu

75

Gedank 75: Bugaboo – RCCS Auctions – Matisyahu

To listen to it on the phone, you can call the SnapAhead Phone Line 718-831-7627 x3-75#.

Or you can listen to it right here below. You may also download the mp3 file to listen on your favorite mp3 player.

To Download the file, right click and “Save As…”

Related articles

Categories: Gedanken

Comments (2)

R.L.

December 25th, 2011 at 3:46 pm    


לכבוד הרב אלעזר לאנדא שליט”א

איך האב לעצטנס אנגעהויבן צו הערן דיינע געדאנקען, עס איז ממש א געשמאק.

איך האב געטראכט דיר אריינצושיקן הוספות פון די ספרים הקדושים וועגן די ענינים וואס דו רעדסט, אפשר וועסטו האבן נוצן פון דעם, אדער אנדערע מענטשן וואס וועלן זען אז דו רעדסט גוט און צו די זאך, און נישט סתם אין די וועלט אריין.

האסט געהאט א שמועס וועגן דעם וואנזיניגן איינפיר פון קויפן טייערע באגאבו קערידזשעס, איך אליין האב געקויפט א גוטע קערידזש פאר גאר ביליג, עס איז ממש אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ירמי’ ב’ ה’) וילכו אחר ההבל ויהבלו, און דער ישמח משה טייטשט, וילכו אחר ההבל, אז מען גייט נאך הבל, שטותים, ויהבלו, ווערט מען אליין אינגאנצן משוגע א שטיק הבל, בערך אזוי זעט מען אויף די מענטשן וואס לויפן נאך איעדע נייע זאך, און ספענדן געלט אין די וועלט אריין פאר שטותים, עס זעט אויס ווי זיי קענען זיך נישט קאנטראלירן, אזוי ווי די באקאנטע ווארט “דער נאר שטופט אים”.

האסט אויך געהאט א שיינע שמועס וועגן עקספעקטעישנס, אינטרעסאנט אז עס איז דא א גמרא וואס זאגט שוין אז ווען א מענטש דאונט זאל ער נישט ערווארטן צופיל ווייל עס קען אים שאדן, איך בין דיר מעתיק די לשון הגמרא און די רש”י( ברכות ל”ב: א”ר חייא בר אבא א”ר יוחנן כל המאריך בתפלתו ומעיין בה סוף בא לידי כאב לב שנאמר (משלי יג) תוחלת ממשכה מחלה לב, און רש”י זאגט דארט פשט “ומעיין בה. מצפה שתעשה בקשתו על ידי הארכתו סוף שאינה נעשית ונמצאת תוחלת ממושכת חנם והיא כאב לב כשאדם מצפה ואין תאותו באה ע”כ. טייטש, ער האפט אז ווייל ער דאוונט לאנג, וועט זיין בקשה געשען און נאכדעם ווען דאס געשעט נישט, באקומט ער הארץ ווייטאג, אזוי ווי יעדע זאך וואס מען ערווארט.

אמת אז מען דארף גלייבן אז דער רבש”ע איז א שומע תפלת כל פה, אבער עס איז דא אויף דעם א ווארט פון איינעם וואס האט זיך אפגערעדט אז ער האט גערעדט צום רבש”ע און זיין תפלה איז נישט גענטפערט געווארן, האט אים א גדול געזאגט, ער האט דיר יא גענטפערט, ער האט “גענטפערט ניין” א טאטע מעג אויך ענטפערן ניין!

S.S.

December 29th, 2011 at 8:37 am    


איך בין נייגעריג אויך אויב דו האסט געזען דעם תפארת שלמה פ’ תבא באריכות, אז די מדה פון הסתפקות, זיין צופרידן פון וואס מען האט, גייט אן אויך ביי רוחניות, מען זאל זיין צופרידן מיט זיך וויפל רוחניות’דיג קנינים מען האט קונה געווען. און נישט זיין צובראכן נאר זיין השמח בחלקו, נישט מקנא זיין דעם חבר וואס איז אנגעקומען מער פון דיר, ממש אזוי ווי מען דארף זיין בגשמיות.

פון דעם מתתיהו חזן הגדול וואס איז געווארן סוף ימיו א צדוקי, האב איך קיינמאל נישט געהערט, איך וואלט געזאגט אויף אים תוכו זרק וקליפתו זרק, און מסתם דאס וואס דו זאגסט, תוכו אכל וקליפתו זרק, מיינסטו צוזאגן אז דו ווילסט אים יא הערן, מאך נישט פון אים עפעס וואס ער איז נישט”.

זיכער טאר מען נישט ווערן עקסיידעט פאר אזעלכע מענטשן, דאס איז ריכטיג אמונות תפלות, אויף דעם סיסטעם זענען געווען אסאך עבודה זרה’ס אמאליגע צייטן, זעה אין משך חכמה פ’ בא אז אזוי האבן געארבעט די עבודה זרה’ס פון די גוים, עס איז געווען אליל הגבורה, אליל היופי אליל העושר, א גוי וואס איז געווען גאר גוט אין עפעס האט מען געמאכט פאר אן עבודה זרה, און דאס איז שייך אויך ביי דעם מתתיהו, אז מען האט געמאכט פון אים א “אליל החזנות”, [אזוי פארשטיי איך פון דיינע ווערטער, איך האב פון אים קיינמאל בעפאר נישט געהערט] נאר די אידעלעך האבן דאס געדארפט כשר’ן האבן זיי געהאט זיין בארד, צו בארעכטיגן זייער פארגעטערטקייט און פארשמייליגקייט אין אים. און אז ער האט אראפגענומען זיין בארד, זענען זיי זייער צובראכן געווארן, ווייל זייער עבודה זרה אין וואס זיי האבן געגלייבט האט זיי אויסגעשפילט, להבדיל אזוי ווי ביי די נביאי הבעל, וואס האבן געשריגן “בעל ענני” און נישט באקומען קיין ענטפער.

חזנים זענען שטענדיג געווען מסוכן און זיך געוואקלט צווישן צד הקדושה און להיפך, צדיקים האבן געזאגט פארוואס זאגט מען אז חזנים זענען נערנים, ווייל היכל הנגינה איז נאנט צו היכל התשובה און אז ער כאפט זיך נישט אריין דארט, איז ער טאקע א נער. און זעט אויס אז וועט עס באגייט אזא שטות, איז טאקע אויף א “היי ריסק”…

אסאך הצלחה אויף ווייטער, אויב איך וועל נאך האבן עפעס מוסיף צו זיין וועל איך דיר בל”נ אריין שיקן, און אדרבה לאמיר הערן פון אנדערע אויך און דאס דיסקוטירן

Leave a reply

Name *

Mail *

Website